שמחים לשמרו ולערב עירובו

June 5, 2008

ספרים

Filed under: Uncategorized — eiriv @ 4:52 pm

חי אנכי לעולם

בילדער

Filed under: Uncategorized — eiriv @ 3:19 am

June 3, 2008

דרשות – MP3

Filed under: Uncategorized — eiriv @ 6:40 pm

ולערב עירובו

הרה”ג ר’ מאיר מייאיס זיכו הפת תשס”ו – ראיתי ובדקתי … למהדרין

והוקע אותם נגד השמש

 

 

June 2, 2008

דאס פלעמלע פלאקערט אויף; דער עירוב אין וויליאמסבורג און דער קאמף פאר די שיטה הקדושה

Filed under: Uncategorized — eiriv @ 7:43 pm
קול ענות אנכי שומע
די לעצעטע פאר יאר הערשט א מאדנע שטילשוויינגעניש ביי שלומי אמוני ישראל, תלמידי וחסידי מרן רבינו הגה”ק מסאטמאר זי”ע, איבער’ן ענין פון מוחה זיין קעגן דעם מלכות הרשעה אין ארצינו הקדושה, קעגן די מחבלי כרמים ומחריבי כרם בית ה’, קעגן די רשעי עמינו, וועלכע האבן ליידער אויפגעהויבן א פאן קעגן די תורה הק’, האט זיך חלילה געזאלט דוכטן אז “כבתה השלהבת”. עס איז עפעס קאלט געווארן אויפ’ן געביט פון מוחה זיין קעגן דעם צרעת ממארת, די מדינה הטמאה חלילה, הס מלהזכיר. ניין. זאל זיך נישט שאפן דער איינדרוק אז ס’האט געפעלט דער מאטיוו פארוואס צו פראטעסטירן קעגן די מדינה הטמאה אין די פארלאפענע יארן: · נישט אז ס’איז פשוט נישט געווען פארוואס ארויסצוגיין לרחובה של עיר אין אויסשרייען “מי לה’ אלי”. · נישט אז ס’איז שוין געווארן אן עולם התיקון אינעם כנסת המינים, און מ’גיט שוין נישט ארויס קיין גזירות כלי’ רח”ל קעגן די תורה הק’ יעדן איינציגן טאג. · נישט אז די שרעקליכע התגרות באומות האט מיט א שמץ-כלשהו עפעס נאכגעלאזט, און מ’רייצט זיך שוין מער נישט מיט די אראבישע וועלט רח”ל. · נישט אז די גזירות קעגן שמירת שבת, חיטוטי שכבי, גיוס בנות האט שוין אנגעהויבן א פאזיטיוון גאנג, און די פירער פונעם ציוניסטישן לאנד זענען שוין מער נאכגיביג פאר דת תורתינו הק’. ניין, טייערע לייענער! ליידער איז דער מצב אין ארצינו הק’ זייער נישט צופרידנשטעלד, ונח”ל חרד”י יוכיח! אבער, לאמיר אצינד נישט פארקריכן פונעם עיקר. אבי עס האט שוין ענדליך אויפגעלאקערט דער הייליגער פונק, און אנשי שלומינו, תלמידי וחסידי רבינו הגה”ק זי”ע, וועלכע קלאמערן זיך אויף די שיטה הק’, וואס דער רבי זי”ע האט אונז געלערענט. ב”ה לא אלמן ישראל. די פראטעסטן, מארשן, מחאות און הפגנות גייען ווייטער אן מיט גרעסטן אייפער. · יעדן שבת קודש, וועלכע מאסן מענטשן, יונג און אלט, ארויסקומען אויף די גאס און לאזן הערן דעם קול מחאה! · יעדן שבת קודש וועלן אלע אידן אין וועמענס הארץ עס בלוטיגט דער כבוד פון רבי’ן זי”ע, ארויסקומען און אויסשרייען פאר די גאנצע וועלט: אז “אין לנו חלק ונחלה”. · יעדן שבת קודש וועלן איבער די וויליאמסבורגער גאסן געהערט ווערן די מעכטיגע אויסשרייען פון “ה’ הוא האלקים”, וועלכע וועט ווייזן פאר די גאנצע וועלט אז דער כח פון רביה”ק זי”ע לעבט. דער גייסט פון שיטה הק’ איז ב”ה נישט פארלאשן, הי’ לא תהיה. · יעדן דאנערשטאג ביינאכט, אין די שפעטע נאכט שעות, וועלן הונדערטער בחורים פון די ישיבה קטנות’ס, צעירים און ישיבה גדולה, זיך נעמען צו די הייליגע עסקנות, און אויסקלעבן די שטאט מיט פלאקאטן, רעקלאמעס און מודעות, ארויסצקומען אויפ’ן כרוז פון די רבנים הגאונים שליט”א. · יעדן מוצאי שבת קודש, וועט די גאנצע וועלט געוואויר ווערן איבער די העלדישע מחאות וואס תלמידי רבינו הק’ האט אפגעהאלטן איבער די גאסן, און די גאנצע וועלט זיך איבערצייגן אז לא אלמן ישראל, ועד יהודה רד עם קל, ועם תורתו נאמן ב”ה. · יעדן שבת קודש, וועט דער גרויסער כח פון “קול ענות גבורה”, פון קול מלחמה, א מלחמה לה’ בעמלק מדור מדר, קעגן אלע כוחות הטומאה וועלכע ווילן אפפירן דאס לעצטע רעשטל הייפעלע אידן פאר דעם מזבח פון מינות וכפירה רח”ל. אט דער קול מלחמה פון די מסירת נפש’דיגע קנאים זיכער משתיק זיין דעם ביטערן חרון אף רח”ל, ושכינה מה היא אומר: קלני מראשי קלני מזרועי. אוי, וואס א כבוד שמים וואלט די פראטעסטן געברענגט, וועט עס וואלט געווען קעגן די פארשאלטענע ציונים ימ”ש. און וואס א חילול ה’ איז עס ליידער אז דער קול ענות איז ליידער נישט קיין קול ענות גבורה, אויך נישט קיין קול מלחמה לה’ בעמלק, נאר א “קול ענות”. א פינסטערער דערביטערער פארלוירענער קוויטש פון דעמאראליזאציע, פחדנות, פארלוירנקייט, יואש. סימנים פון “קול ענות” · די טעראר אקטן פון רופן פייערלעשער צו גדולי ישראל, אינמיטן טאג און אינמיטן די נאכט. אלעס כדי אפצושרעקן אנדערע רבנים און תורה פערזענליכקייט פון ארויסזאגן זייער דעת קודש. · די צענדליגער “פאני קאלס” וועלכע ווערן געמאכט צו די רבנים המתירים, צייגט פאר די גאנצע וועלט, למי החותמת ולמי הפסולים. פון אונטער די פחד’נישע פאני קאלס, דערקענט זיך גאר שטארק, ווער עס שפירט זיך באדראעט אז זיין “שררה” קומט צו אן ענדע. · פאלשע אונטערשריפטן און געפעלשטע מעלדונגען פון גדולי ישראל. עס שטעלט זיך אויף די האר פון קאפ, צוזעענדיג די פארפירערישע זיופים מיט וואס די “קנאים” גייען אן, עס לאזט זיך נישט גלייבן אז אידן וועלכע זענענן ערצויגן געווארן אין א גייסט פון “תורה ויראה” אין דעם הייליגן מוסד וואס רבינו הק’ זי”ע האט אריינגעלייגט דם לבבו מיט אזופיל מסירת נפש, מיט אזויפיל תעניתים און הפסקה’לעך

May 29, 2008

כ"ק אדמו"ר מקאשוי קעגן די שאבעס שרייערס

Filed under: Uncategorized — eiriv @ 12:12 am
עס איז נתפרסם געווארן אז ביי די דרשה פאר פסח דא אין וויליאמסבורג יצ”ו פון כ”ק אדמו”ר מקאשוי שליט”א האט ער שטארק ארונטער געריסן און פארדאמט. די משוגעים וואס שרייען אויף די גאסען יעדען שבת וויא מטורפים. ער האט קלאר געמאכט בטוב טעם ודעת אז די די געשרייעכצער. האט נישט קיין שום שייכות מיט קנאות צו מיט מחאה. . עס איז נאר סתם א געשריי צו ווייזן בעלות אויף די גאס. אדער סתם צולאזקייט ע”כ. און עס איז דאך ידוע אז דער רבי בעל דברי יואל זי”ע פלעגט אייביג זאגען “די גאס איז נישט מיין” איך רעד נאר צו מיין ציבור” די גאנצע חורבן פארוואס דער רב הכולל רבי יעקב יוסף רב דניו יארק האט גארנישט געקענט אויפטון דא אין אמעריקא איז נאר ווייל ער האט געוואלט מתקן זיין די גאס. און איך(רבה”ק זי”ע) וויל נאר מתקן זיין מיינע מענטשען. און עס איז אויך ידוע אז מרן דער הייליגער דברי חיים מצאנז זי”ע האט געזאגט אויף די עלטערע יארן. אז ווען איך בין געווען יונג האב איך געמיינט אז איך וועל מתקן זיין די גאנצע וועלט. שפעטער האב איך איינגעזעהן אז די וועלט קען נאר מלך המשיח מתקן זיין. האב איך חאטשיג געוואלט מתקן זיין גאליציע. נאכדעם האב איך עכ”פ געוואלט מתקן זיין חאטשיג די שטאט צאנז. אויף די עלטער האב איך פרובירט חאטשיג מתקן זיין מיין משפחה . היינט וויל איך חאטשיג מיך אליין מתקן זיין (ברוב ענוותנותו) און יעצט זע איך אז איך קען דאס אויך נישט. וויל איך עכ”פ איין שמו”ע זאל זיין מתוקן כתיקונו.. דברים נוראים ומבהילים. תשמרנה שערת אנוש. די וואך ווען דאס איז נתפרסם געווארן אויף די גאס. (ווייל די סאטמארע צייטונגען האבען דאס נישט געוואלט אריינשטעלען) זענען די משוגעים א סאך מער צוווילדעוועט געווארן (ב”ה אז מען זעהט אלץ מער און מער זייער אמתדיגן פרצוף פנים) און אנדערע משוגעים האבען זיך גענומען ארומשרייען קעגן זיי . עס איז געווארן א משוגעים געשרייעכץ פון ביידע צדדים . מען האט נישט געוויסט פארוואס מען שרייעט מען האט נאר מפלפל געווען . ווער עס איז א גרעסערער משוגענער. . איינער האט שפעטער געשריגען.. ווער פרעגט דען דעם קאשויער רב? א צווייטער האט געשריגען “זיין מיינונג איז דאך שוין לאנג נישט קיין מיינונג! ” א דריטער האט געשריגען “קאשויער רב איז דאך א לינקער” נאך פון מדור דור צייטן . עכ”פ יכה יוסי את יוסי די משוגעים האבען זיך ארומגעשריגען צווישן זיך. ברוך א-קינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן המשוגעים ונתן לנו תורת אמת.

Blog at WordPress.com.